וואשינגטאן - די אמעריקאנער רעגירונג האט נעכטן באנייט איר סטראשע פון אונטערנעמען מיליטערישע שריט קעגן צפון קארעא, אין רעאקציע צום פרישן נוקלעארן טעסט וואס דער ארטיגער רעזשים האט דורכגעפירט מוצאי שבת, וואס דער טעסט איז באצייכנט געווארן אלס די מערסט-מאכטפולע טעסט וואס דער רעזשים האט סיי ווען דורכגעפירט.

צפון קארעא זאגט אז דער טעסט איז געווען אויף א היידראזשין באמבע, וואס איז א גאר שטארקע נוקלעארע סארט וואפן. דער טעסט איז געקומען עטליכע שטונדן נאכדעם וואס דער רעזשים האט פובליצירט בילדער וויאזוי זייער פירער קים יאנג אן באטראכט טיילן פונעם היידראזשין באמבע, און בשעת'ן טעסט, האט זיך עס געשפירט ווי א מאכטפולע ערדציטערניש אינעם גאנצן ראיאן.

פרעזידענט טראמפ האט גאר שארף פארדאמט צפון קארעא איבער דעם פרישן טעסט, און אגב האט ער אויך אראפגעריסן דרום קארעא און כינע פאר׳ן דערווייל דורכפאלן מיט׳ן איינהאלטן צפון קארעא׳ס אגרעסיעס, און ביי אן אויפטריט פארנט פון ווייסן הויז האט פארטיידיגונגס סעקרעטאר, דזשעימס מעטיס, געזאגט אז אויב צפון קארעא וועט זיך וואגן צו אטאקירן גואם אדער סיי וועלכע אמעריקאנער טעריטאריעס, וועט אמעריקע ענטפערן מיט א ״מאסיווע מיליטערישע רעאקציע״.

בילד: אמעריקע באנייעט מיליטערישע סטראשע קעגן צפון קארעא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל