וואשינגטאן – א הויפט אישו פאר קאנגרעס, יעצט אז זיי זענען צוריק אין סעסיע, וועט זיין דאס באשטעטיגן הילפס געלטער פאר טעקסאס, וועלכע איז באטראפן געווארן פונעם היסטארישן האריקעין הארווי, מיט שאדנס וואס ווערן געשאצט אפצוקאסטן נאענט צו 200 ביליאן דאלאר. פרעזידענט טראמפ האט שוין פאריגע וואך געשיקט א פארלאנג צו קאנגרעס אז זיי זאלן אויטאריזירן נאענט צו 8 ביליאן דאלער אין עמורדזשענסי הילף פאר טעקסאס, און קאנגרעס ספיקער פאול רייען האט נעכטן געמאלדן אז קאנגרעס וועט מארגן מיטוואך שטימען אויף א ביל פון אן ענליכע סומע, אבער דערווייל איז נישט קלאר וויפיל סוקסעס עס וועט האבן. פילע רעפובליקאנער און דעמאקראטן זאגן אז מען זאל צוזאמשטעלן דעם האריקעין געלטער ביל מיט'ן ביל צו העכערן דעם פעדעראלן בארגן לימיט, ווייל נאר אזוי וועט מען קענען צווינגען קאנסערוואטיווע רעפובליקאנער צו שטיצן צו העכערן דעם בארגן לימיט, ווייל די קאנסערוואטיוון ווילן דאך אויך באשטעטיגן די האריקעין געלטער. למעשה האבן שוין עטליכע קאנסערוואטיווע קאנגרעסלייט געזאגט אז זיי האלטן אז מ'זאל אפטיילן די אלע זאכן, און די האריקעין געלטער זאל באשטעטיגט ווערן אן עפעס צוגעטשעפעט דערצו.

בילד: טעקסאס קוקט צו קאנגרעס פאר הילף

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל