מיאמי – האריקעין אירמא האט נעכטן באקומען איר שטארקייט אלס א קאטעגאריע 4 האריקעין, און עס רוקט זיך אינעם אטלאנטיק אקעאן אלס נענטער צו אמעריקאנער טרוקעניש. נעכטן האט מען געהערט אז עטליכע קאריביען אינזלען האבן שוין אנגעהויבן ליידן פון שווערע ווינטן און רעגן שטורעמעס, וויבאלד האריקעין אירמא וועט דארטן אנפאלן, און באזונדער האט דער גאווערנאר פון דער אמעריקאנער טעריטאריע פארטא ריקא דערקלערט א "סטעיט אוו עמורדזשענסי" פאר דערר גאנצע טעריטאריע, ווייל אירמא וועט דארטן אנפאלן גאר אין נאענטן. די נאציאנאלע האריקעין צענטער באאמטע האבן נעכטן אויך געווארנט אז עס איז דא אן ערנסטע שאנס אז אירמא וועט אנפאלן פלארידע, און אויך האט מען געהערט די מעגליכקייט אז אירמא וועט אנפאלן ניו יארק קומענדיגן מאנטאג מיט ווינטן פון 116 מייל פער שטונדע, ווען די סטעיט וועט אפצייכענען זעכצן יאר פון די סעפטעמבער עלעווען אטאקעס.

בילד: האריקעין אירמא, מעגליך קיין פלארידע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל