ווירדזשיניע – די ערשטע פון דעם נייעם קלאס פון פארד עירקרעפט קעריערס, איז געליפערט געווארן צו דער נעווי, נאך יארן פון פארשפעטיגונגען און קאסטן איבעררינונגען. דער נייער יו-עס-עס דזשעראלד פארד עירקרעפט קעריער וועט דורכגיין פארשידענע ים פראבעס, איידער ס'וועט ווערן אפיציעל אריינגעשטעלט אין דינסט אין דריי יאר ארום. די נעווי פלאנירט צו בויען מינימום נאך 2 פארד קלאס עירקרעפט קעריערס, און די נעווי זאגט אז דער נייער פארגעשריטענער עירקרעפט קעריער קען טראגן מער עראפלאנען און אפערירט מיט עטליכע הונדערט ווייניגער מאטראזן, וואס מאכט דאס ביליגער פאר'ן מיליטער. אויך נוצט דאס א נייעם עלעקטרא-מאגנעטישן קאטאפּולט סיסטעם אויף ארויסצושיסן די עראפּלאנען, דאס וועט פארמערן די פלי מיסיעס מיט א דריטל.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל