וואשינגטאן – אן אינטערעסאנטער אינצידענט האט פאסירט דינסטאג נאכט ווען טראמפ האט קאמענטירט פאר עטליכע קאנגרעסלייט אין ווייסן הויז אז זיין איידעם און ראטגעבער דזשעראד קושנער "איז געווארן לעצטנס מער באקאנט ווי איך", וואס מען האט אנגעצייגט אז דאס איז מעגליך א צייכן אז קושנער גייט פליען. דאס לעצטע מאל וואס מ'האט געהערט טראמפ זיך אויסדרוקן אויף עמיצן אז יענער "איז מער באקאנט ווי איך", איז געווען ווען ער האט זיך געטראפן מיט דזשעימס קאומי אין ווייסן הויז צוויי טעג נאך דער איינשווערונג. דאס האט אויפגעברענגט שפעקולאציעס אז טראמפ וועט ארויסווארפן קושנער פון ווייסן הויז – טראץ וואס עס איז א ווייטע מעגליכקייט אז טראמפ וועט ארויסווארפן זיין אייגענעם איידעם מיט וועמען ער איז אזוי נאענט, און וועלכער האט אים שטארק ארויסגעהאלפן אין לויף פונעם קאמפיין. אין אנדערע נייעס האט מען נעכטן געהערט אז טראמפ קלערט ערנסט פטור צו ווערן פון אטוירני דזשענעראל דזשעף סעשאנס, וויבאלד ער איז אויפגעברויזט אויף אים צוליב דער רוסלאנד אויספארשונג.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל