ניו דזשערסי – עסקנים און אידישע אקטיוויסטן אין ניו דזשערסי האבן אויסגעדרוקט אפטימיזם איבער'ן צוקונפט פון באזעצן אידישע פאמיליעס אין ניו דזשערסיער שטעטלעך ארום לעיקוואוד, נאכדעם ווי ס'איז ארויסגעקומען א היסטארישער אורטייל אינעם ניו דזשערסי שטעטל בערנארדס, אז זיי וועלן דארפן באצאלן גרויסע געלטער פאר'ן פרובירן צו בלאקירן דאס בויען א מוסולמענער מעטשעט, דורכ'ן באשטעטיגן געזעצן ארום און ארום, וואס דאס געריכט האט עס דערקלערט אלס רעליגיעזע דיסקרימינאציע. עסקנים האפן אז דער אורטייל וועט דינען אלס פּרעצעדענט און וועט העלפן אין געריכטליכע אנקלאגעס קעגן שטעטלעך וואס פרובירן צו בלאקירן אידישע אויסברייטערונג דורכ'ן באשטעטיגן געזעצן צו מאכן ענג פאר די אידישע באזעצער.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל