ניו יארק – א ניו יארק סטעיט אפעלאט געריכט האט געאורטיילט אז דער הייליגער מנהג כפרות איז באשיצט דורך דער אמעריקאנער קאנסטיטוציע און קען נישט אפגעשטעלט אדער בלאקירט ווערן. דערמיט האט דער סטעיט אפעלאט געריכט ווידערהאלט אן אורטייל וואס א נידריגערע סטעיט געריכט האט שוין געהאט ארויסגעגעבן א צייט צוריק, ארויסווארפנדיג די טענות פון אנטיסעמיטישע צער-בעלי-חיים גרופעס, וועלכע האבן פארפירט אז דער מנהג ווערט דורכגעפירט מיט פארלעצונגען פון באשעפעניש-וואוילזיין געזעצן און סאניטאציע-ריינקייט געזעצן. די גאנצע אנקלאגע קעגן דעם מנהג כפרות האט געשאפן א שטארקע אנגעצויגנקייט ביי אידישע איינוואוינער אין ניו יארק סיטי אין די לעצטע צוויי יאר, ווען עס האט געשוועבט אן ערנסטער געפאר אז א געריכט זאל בלאקירן דעם הייליגן מנהג, אבער אצינד האט מען געהערט פון נאך א געריכט אז ס'איז הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן לויט דער קאנסטיטוציע, צוליב רעליגיע פרייהייט, און עס קען נישט בלאקירט ווערן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל