סעאל – די רעגירונג פון דרום קארעא האט נעכטן געמאלדן אז די קאמוניסטישע צפון קארעא האט ארויסגעשאסן עטליכע אביעקטן וואס לויט די ערשטע ביסל אינפארמאציע וואס מ'האט באוויזן צו באקומען, זענען די אביעקטן געווען ספעציעלע "לאנד צו שיף" מיסילס וואס דאס איזאלירט לענדל האט לעצטנס אנטוויקלט, און עס קומט אינמיטן אנגעצויגנקייט איבער דער וועלט איבער צפון קארעא'ס נאכאנאנדע מיליטערישע טעסטס. אין אנדערע נייעס האט מען נעכטן געהערט אז די דרום קארעא רעגירונג האט בלאקירט דאס אמעריקאנער מיליטער פון ווייטער אינסטאלירן די איבריגע טיילן פונעם פארגעשריטענעם "טאאד" מיסיל שוץ סיסטעם, וויבאלד זי ברויזט אז אמעריקע האט איר נישט געהעריג אינפארמירט איבער אלע מיסילס וואס זי וועט אריינברענגען אין קארעאר טעריטאריע פאר'ן מיסיל שוץ סיסטעם.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל