לאנדאן – קריטישע וואלן גייען היינט פארקומען אין ענגלאנד, וואו דאס פאלק וועט ארויסקומען שטימען אין פארלאמענט וואלן, וואס וועט דעצידירן צי די קאנסערוואטיווע פארטיי וועט בלייבן ביי דער מאכט, אדער וועט די לעיבאר פארטיי באווייזן דאס אומדערווארטעטע און ארויסציען א סורפרייז זיג, וואס אויב וועט לעיבאר געווינען, באדייט דאס אז טעריסא מעי וועט פארלירן די פרעמיער מיניסטער פאזיציע, און עס וועט איבערגעגעבן ווערן פאר דזשערעמי קארבין. ווי שוין באריכטעט עטליכע מאל, האט פרעמיער מיניסטארשע מעי פאררופן די וואלן האפנדיג אז איר קאנסערוואטיווע פארטיי וועט אריינקומען נאך שטערקער און צובאקומען פרישע פארלאמענט זיצן, וואס וועט איר געבן באנייעטע מאמענטום אין די אנגייענדיגע ברעקזיט געשפרעכן מיט'ן אייראפעאישן יוניאן. למעשה האבן אנקעטעס געצייגט אז מעי'ס שטארקער אויבערהאנט איז געפאלן צו בלויז א גאר שמאלער אויבערהאנט, און די סעריע טעראר אטאקעס, אין לאנדאן און אין מאנטשעסטער האבן אויך געהאט אן אפעקט, נאר ס'בלייבט איבער צו זען פאר וועמען דער נעגאטיווער אפעקט פון די טעראר אטאקעס וועט אויסקלאפן.





קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל