וואשינגטאן – היינט דאנערשטאג דערווארט מען א דראמאטישן טאג אין וואשינגטאן די-סי, ווען דער געוועזענער עף-בי-איי דירעקטאר, דזשעימס קאומי, וועט קומען צום סענאט שפיאנאזש קאמיטע, און וועט אויפטרעטן און רעדן איבער די פריוואטע געשפרעכן וואס ער האט געהאט מיט פרעזידענט טראמפ. נעכטן האט מען שוין באקומען א שטיקל פאראויסבליק אויף וואס קאומי וועט אויפדעקן, ווען עס איז פארעפנטליכט געווארן טראנסקריפטן פון זיינע צוגעגרייטע ווערטער פאר דער סענאט קאמיטע, און מען זעט דארטן גאר אינטערעסאנטע און דראמאטישע דעטאלן.

קאומי וועט דערציילן קלארע ביישפילן וויאזוי טראמפ האט געלייגט דרוק אויף אים איבער דער אנגייענדיגער רוסלאנד אויספארשונג, און ספעציפיש האט טראמפ אין א זיצונג מיט קאומי אום יאנואר 27, א וואך נאכ'ן ווערן איינגעשוואוירן אלס פרעזידענט, געפרעגט קאומי'ן צי ער וויל פארבלייבן עף-בי-איי דירעקטאר אונטער אים, זאגנדיג אז אויב וויל ער פארבלייבן, וועט ער דארפן פארשפרעכן אז ער גייט זיין לאיאל און געטריי צו אים. "איך דארף געטריישאפט. איך ערווארט געטריישאפט" – האט אים טראמפ געזאגט. קאומי זאגט אז ער איז געבליבן פארשטיינערט אויפ'ן ארט און דראמאטיש אריינגעקוקט אין טראמפ'ס אויגן, אן ענטפערן א ווארט.

קאומי וועט אויך דערציילן איבער זיין ערשטער זיצונג מיט טראמפ, וואס איז געווען באלד נאכדעם וואס טראמפ האט געוואונען די וואלן און איז פארגעקומען אין טראמפ טאוער. קאומי איז געווען אזוי פארעקלט פונעם וועג וויאזוי טראמפ האט זיך באנומען צו אים, אז גלייך נאכ'ן ארויסקומען פון טראמפ טאוער, האט ער זיך אריינגעזעצט אין זיין אויטא, ארויסגענומען א פעדער און פאפיר, און אנגעהויבן אפשרייבן דעטאלן פון דער זיצונג, שפירנדיג אז ס'איז זייער וויכטיג אז ער זאל געדענקען יעדן דעטאל.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל