אהייא – די אמעריקאנער רעגירונג האט איבערגעצאלט פאר די מיילען דראג פירמע מיט 1.27 ביליאן דאלאר, צווישן 06' און 16'. דאס איז דריי מאל אזויפיל ווי געשאצט, אין דער שליכטונג וואס די פירמע פרובירט זיך יעצט צו שליכטן מיט דער רעגירונג. די פירמע האט באשווינדעלט די רעגירונג, דורך קלאסיפיצירן איר עפיפען אלס דזשענעריק, וואס דערפאר האט זי געדארפט געבן בלויז א 10-12 פראצענט דיסקאונט פאר דער רעגירונג פונעם אפיציעלן פרייז. ביי ברענד-נעים מעדיצינען (וואס עפיפען איז דאך א ברענד-נעים מיט אן עקסקלוסיוון מארקעט, ביז יעצט), דארפן דראג פירמעס געבן פאר דער רעגירונג (מעדיקעיד און מעדיקעיר), א דיסקאונט פון 25 פראצענט. די נייע שאצונג איז דורכגעפירט געווארן דורכ'ן העלט דעפארטמענט אינספעקטאר דזשענעראל'ס אפיס, און איז ארויסגעגעבן געווארן דורך רעפובליקאנעם סענאטאר טשארלס גרעסלי.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל