וואשינגטאן – א פרישע באריכט צייגט אז פילע טויזנטער אמעריקאנער פאמיליעס גייען אראפ פון פוד סטעמפס אלס רעזולטאט פון פרעזידענט טראמפ'ס שטייפע אנטי-אימיגראציע געזעצן. דער באריכט זאגט אז פאמיליעס וועלכע געפינען זיך נישט אין אמעריקע הונדערט פראצענט לעגאל, האבן מורא אז דאס וואס זיי נעמען פעדעראלע הילפס פראגראמען, וועט פארשטערקערן די שאנסן אז די פעדעראלע אימיגראציע אויטאריטעטן זאלן זיי אפירזוכן, ארעסטירן און דעפארטירן, באשליסן זיי אז ס'איז זיי נישט ווערד צו נעמען ווייטער די פראגראמען געלטער. די נייעס איז באגריסט געווארן דורך שטיצער פון טראמפ'ס שטייפערע אימיגראציע געזעצן, אנצייגנדיג אז אצינד האט מען א טאפלטן פאזיטיוון אפעקט, אז נישט בלויז וואס אומלעגאלע אימיגראנטן זעען אז זייער דעפארטאציע האלט נענטער ווי ווייטער, נאר אויך שפארט זיך די פעדעראלע רעגירונג גרויסע געלטער, מיט'ן דארפן געבן ווייניגער פאר פוד סטעמפס געניסער.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל