ניו דזשערסי – נעכטן האט זיך עטוואס אויסגעקלארט דער צוקונפט פון דער רעגירונג אין ניו דזשערסי, ווען עס זענען דערקלערט געווארן די געווינער פון די ארטיגע גאווערנאר פריימעריס, און דער דעמאקראט פיל מוירפי און די רעפובליקאנער לוטענענט גאווערנאר קים גוואדאגנא האבן געוואונען זייערע פארטיי פריימערי פארמעסטן און וועלן זיין די קאנדידאטן ביי די נאוועמבער 7 וואלן, וואס ווי באריכטעט קען נישט קריס קריסטי לויפן פאר ווידערוויילונג צוליב וואס "טוירם לימיטס" ערלויבן נאר צוויי טערמינען אין א צי. די דעמאקראטן אין ניו דזשערסי האפן אז זייער אנטי-טראמפ אגענדע און גרעסערע צאל רעגיסטרירטע וויילער וועט זיי דערלאנגן די זיגן וואס וועט זיין א פאראויס-שטויס צו האפנטליך קענען צוריקגעווינען קאנטראל פון קאנגרעס אין יאר 18'. ווי עס זעט דערווייל אויס, האט דער דעמאקראטישער קאנדידאט פיל מוירפי פיל בעסערע שאנסן צו געווינען די גאווערנאר פאזיציע.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל