ניו יארק – די אמאליגע באורדינג פּעסער וועלן נישט לאנג ארום זיין היסטאריע, וויבאלד דזשעט-בלו פלאנירט א נייעם סיסטעם צו נוצן פנים-דערקענען טעכנאלאגיע, אלס א מיטל אויף זיך אריינצוטשעקן ביים אויפשטייגן אויף עראפלאנען, און עס וועט זיך שוין אנהויבן ביי געציילטע עראפלאנען רייזעס קומענדיגן מאנאט. דעלטא עירליינס ערלויבט שוין פאסאזשירן צו נוצן די פינגער אפדרוקן, אנשטאט דעם באורדינג פעס. עירליינס זוכן דאס כדי צו פארגרינגערן פאר זייערע קאסטומערס און פארשנעלערן די ליניעס ביים אויפשטייגן אויף די עראפלאנען. די רעגירונג שטיצט דאס ווייל עס העכערט די זיכערהייט. פאסאזשירן וועלן קענען וואלונטיריש זיך אריינשרייבן אינעם פראגראם, אין וועלכע זיי וועלן פאטאגראפירט ווערן, און זייערע בילדער וועלן פארגליכן ווערן קעגן די בילדער וואס די קאסטומס אגענטור פארמאגט פון פאספארט באזיצער. די פאסאזשירן וועלכע וועלן באשטעטיגט ווערן דורכ'ן סיסטעם, ביים שטיין פארנט פונעם געזיכט-דערקענער קאמערא, וועלן האבן א גרינע ליכט, אז זיי קענען ווייטער גיין אן צייגן דעם באורדינג פעס.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל