העריס אנגעקומען קיין גוואטאמאלא צו אדרעסירן די אימיגראציע קריזיס

וויצע פרעזידענטקע, קאמאלע העריס, איז היינט אנגעקומען קיין גוואטאמאלא, וואו זי איז ערווארטעט זיך צו טרעפן מיט דער ארטיגער פרעזידענט, און אנדערע פאליטיקאנטן, וואו זי גייט דורכשמועסן די פראבלעמען אין לאנד, און פארוואס אזויפיל מענטשן פון יענע צענטראל-אמעריקאנער לאנד, קומען צו לויפן קיין אמעריקע אומלעגאל.

ביי א געמיינזאמע פרעסע-קאנפערענץ האט די וויצע פרעזידענטקע געזאגט, אז זי האט גערעדט מיטן גוואטאמאלער פרעזידענט איבער די טיפע איינגעגעסענע קארופציע וואס קומט פאר אין יעדע אפטיילונג אין די גוואטאמאלא רעגירונג.

בכלל איז גוואטאמאלא א לאנד וואס איז אנגעפיקעוועט פון פארברעכנס, און ווי געזאגט איז דא קארופציע אין יעדע טייל פון לאנד. געזעץ-היטער ווערן באצאלט שוחד פון די פארברעכערישע באנדעס צו מיטשפילן מיט זיי, אדער זיך אויסדרייען די אנדערע זייט.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל