ביי די פרעסע-קאנפערענץ האט וויצע פרעזידענטקע העריס געזאגט: "איך וויל זיין זייער קלאר פאר מענטשן אין דער געגנט וואס טראכטן צו מאכן זייער וועג, די סכנה'דיגע רייזע צו די גרעניץ פון אמעריקע און מעקסיקא. קום נישט. קום נישט. די פאראייניגטע שטאטן וועט אנהאלטן מיט אינפארסירן אירע געזעצן, און פארזיכערן אונזערע גרעניצן. ס'זענען דא לעגאלע וועגן וויאזוי מ'קען אנקומען... און איך גלייב, אויב איר וועט קומען צו אונזער גרעניץ וועסטו צוריק געשיקט ווערן".
קאנסערוואטיווע אנאליסטן האבן אפגעלאכט פון קאמאלע העריס'ס ווערטער, זאגנדיג אז די קריזיס ביים גרעניץ איז ארויס פון קאנטראל, און די זיכערהייט איז נישט עפעס וואס מ'דארף אנהאלטן, מ'דארף עס קודם אנהויבן...
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה