וויצע פרעזידענטקע'ס פליגער דרייט זיך צוריק

וויצע פרעזידענטקע קאמאלע העריס'ס פליגער האט נעכטן זיך צוריקגעדרייט, עטליכע מינוט נאכן ארויספליען פון ענדרוס מיליטערישע באזע אין מערילענד.

די וויצע פרעזידענטקע איז געווען אויפן וועג קיין גוואטאמאלע, ווען די פליגער מאנשאפט האבן געמאלדן פאר העריס און איר שטאב, אז די פליגער דרייט זיך צוריק, וויבאלד זיי האבן באמערקט עפעס מעכאנישע פראבלעמען.

די פליגער האט געלאנדעט אן קיינע אינצידענטן און די וויצע פרעזידענטקע איז ארויסגעפלויגן עטליכע מינוט דערנאך מיט א צווייטע פרעזידענטליכע פליגער, וואס די סיקרעט סערוויס האט אין זייער באזיץ.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל