טויט-קלאפ פאר איינע פון ביידען'ס הויפט-אגענדעס

די מעלדונג פון סענאטאר מענשין האט געגעבן א שרעקליכע קלאפ פאר פרעזידענט ביידען'ס אגענדע, וואס האט ממש ווי געכאפט א טויט-קלאפ מיט די מעלדונגען פון סענאטאר מענשין.

מענשין זאגט אז מ'דארף ארבעטן אויף אומפארטייאישקייט, און אויף א ביל וואס וועט צוזאמברענגען דאס לאנד און נישט איר צעטיילן נאכמער.

פון דער אנדערע זייט האבן געוויסע דעמאקראטן אים אראפגעריסן, און אים באצייכנט אלס נאאיוו, אבער פון די צווייטע זייט קענען זיי גארנישט טון מיט מענשין, ער קען מער ווייניגער טון וואס ער וויל, וויבאלד אן אים האבן די דעמאקראטן נישט קיין מערהייט אין סענאט. פילע דעמאקראטן זאגן טאקע אז 'מיטש מעקאנל' איז דער פאקטישער מייאריטעט פירער, דערנאך וואס מענשין איז קעגן אסאך פון זייערע פאליסיס, אבער וואס זיי פארגעסן איז אז מענשין שטימט רוב מאל מיט די דעמאקראטן.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל