רוסלאנד מאכט אומלעגאל פאר נאוואלני-פריינד צו לויפן אין נאציאנאלע וואלן

אין נאך א רינגעלע אין די דיקטאטורישע הערשאפט פון וולאדאמיר פוטין, האט א געריכט אין רוסלאנד פארבאטן נאוואלני און זיינע פריינד פון צו לויפן פאר פאבליק-אפיס אין רוסלאנד.

דאס קומט דערנאך וואס נאוואלני האט אויפגעדעקט די טיפע קארופציע וואס הערשט אין די העכסטע ראנגען פון די רוסישע רעגירונג, און האט פארשעמט פוטין עטליכע טעג נאך וואס ער איז ארעסטירט געווארן, מיטן אויפדעקן אז דער רוסישער פירער האט א געהיימע ריזיגע פאלאץ נעבן די שווארצע ים, און ער האט עס אויפגעבויט מיט קארופציע געלט.

די געריכט האט געאורטיילט אז נאוואלני'ס גרופע איז אן עקסטרעמיסטישע, און מיט דעם אפיציעל געמאכט אומלעגאל צו זיין אפיליאירט מיט די ארגאניזאציע.

די געריכט זאגט אז די אנטי-קארופציע ארגאניזאציע פארשפרייט פיינטשאפט צווישן די רוסישע בירגער.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל