דערנאך וואס ס'האט זיך פון פריש פארשפרייט די ווירוס אין געוויסע געגנטער אין דרום-כינע, האט די רעגירונג צוריק איינגעשטעלט קאראנע מאסנאמען, וואס זענען ארויפגעלייגט געווארן אנהויב פון די פאנדעמיק.
די רעדע איז פון די גאנגדאנג פראווינץ אין דרום-כינע, וואו ס'וואוינען איבער 120 מיליאן מענטשן. די אויסברוך איז די שטארקסטע אין כינע אין די לעצטע חדשים, און האט אריינגעווארפן ארטיגע באאמטע אין פאניק.
גאנצע שטעט ווערן געטעסט פאר די קאראנע ווירוס, און פאליציי ארעסטירן מענטשן וואס פארלעצן די זיכערהייט רעגולאציעס.
געזונטהייט באאמטע זאגן, אז די יעצטיגע אויסברוך קומט פון א פרוי אין גוואנדזשאו, און פון איר האט זיך עס פארשפרייט מיט א פרישקייט איבער די גאנצע געגנט.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה