ארגענטינע פרעזידענט'ס ווערטער מאכן א שטורעם אין דרום-אמעריקע

דער ארגענטינער פרעזידענט, 'אלבערטא פארנענדעז', האט אנגעברענגט אויף זיך שטארקע קריטיק, דערנאך וואס ער האט געלאזט פאלן אומפאראנטווארטליכע ווערטער, דורכאויס א געמיינזאמע פרעסע-קאנפערענץ מיט דער שפאנישער פרעזידענט.

דער ארגענטינער פרעזידענט, וועלנדיג זיך גוט אהערשטעלן פארן פרעמיער-מיניסטער פון שפאניע, האט צווישן אנדערע געזאגט: "מעקסיקאנער קומען פון אינדיענס, בראזיליאנער קומען פון די דזשאנגעל. אבער אונז ארגענטינער זענען געקומען מיט שיפן פון אייראפע". ער האט זיך באצויגן צו די אנדערע צוויי דרום-אמעריקאנער לענדער, און געוואלט ארויסברענגען מיט וואס זיין לאנד איז בעסער פון זייער.

ווי פארשטענדליך האבן זיינע רייד ארויסגערופן א שטורעם, און דער בראזיליאנער פרעזידענט האט ארויסגעשיקט א בילד וויאזוי ער שטייט מיט שטאלץ צווישן א גרופע עמעזאן איינוואוינער.

אן אנדערער בראזיליאנער פאליטיקאנט איז געגאנגען נאך ווייטער, און געזאגט אז יעצט פארשטייט ער שוין פארוואס אזויפיל נאציס זענען אנטלאפן קיין ארגענטינע נאך די צווייטע וועלט-מלחמה.

דער ארגענטינער פרעזידענט האט זיך אנטשולדיגט, און געזאגט אז ארענטינע'ס פעלקער-צוזאמשטעל איז א שטאלץ פאר זייער לאנד.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל