געביידע אין אינדיע איינגעפאלן

א געביידע אין מומביי-אינדיע איז צוזאמגעפאלן, ברענגנדיג צו די אומקום פון 11 מענטשן רח"ל. אריינגערעכנט 8 קינדער.

די געביידע איז געווען פון די סלאם הייזער אין מומביי, וואו ס'געפינט זיך די גרעסטע סלאם אין דער וועלט (גאר ארעם-געבויטע הייזער, וואו ס'וואוינען ארעמע מענטשן).

די באאמטע האבן אויסגעליידיגט נאך א געביידע דערנעבן, וואס איז אין געפאר פון איינפאלן, אריינלייגנדיג אין א סכנה נאך מענטשן.

מומביי מוטשעט זיך אויך יעצט מיט גרויסע פארפלייצונגען, מיט שווערע רעגנס וואס האלטן אין איין אראפקומען אין די יעצטיגע מאנסאן סעזאן.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל