אין גוטע נייעס פון מדינת ישראל ווערט געמאלדן, אז וואקסינירטע טוריסטן וועלן זיין ערלויבט צו קומען קיין מדינת ישראל אן קיינע באגרעניצונגען, אנגעפאנגען פון די קומענדיגע יולי דעם ערשטן.
שוין פאר איבער א יאר וואס מדינת ישראל לאזט נישט אריין קיינע טוריסטן נאר מיט שווערע באגרעניצונגען, ווי אויך פאר גאר ווייניג מענטשן, אבער היינט האבן מדינת ישראל באאמטע געמאלדן, אז ס'וועט קומען צו אן ענדע פאר וואקסינירטע מענטשן.
די באאמטע זאגן אז זיי וועלן ארויסקומען מיט מער אנווייזונגען אין די קומענדיגע טעג און וואכן.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה