ליכוד שטעלט ארויס סטעיטמענט

ביבי נתניהו'ס פארטיי, האט ארויסגעשטעלט א מעסעדזש, וואו זיי באשולדיגן אז די געדאנק אז איינער וואס האט אזוי ווייניג מאנדאטן קען זיין ראש ממשלה איז נישט קיין גערעכטע וואלן.

די לינקע אין לאנד האבן זיך זאפארט ארויפגעכאפט אויף זיינע ווערטער, און אים באשולדיגט אין זיך אויפפירן ווי טראמפ אין אמעריקע, נאך וואס ער האט פארלוירן די וואלן.

די ליכוד האט ארויסגעלייגט נאך א מעסעדזש, אז זיי באשולדיגן נישט די עצם וואלן אין זיין פאלש. זיי באשולדיגן די געדאנק אז איינער וואס האט קוים עטליכע בענקלעך זאל ווערן ראש ממשלה, און דאס איז זייער טענה.

זיי האבן אויך געזאגט אז די אריבערגאנג גייט זיין פרידליך, און זיי גייען זיך צושטעלן, און זיכער מאכן אז די מאכט איבערגאנג איז פליסיג און דעמאקראטיש.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל