רייכסטע מענטשן אין אמעריקע נישט באצאלט קיין פעני אין שטייערן

א באריכט ארויסגעגעבן דורך די אויספארשונג צייטונג פראפאבליקע דערציילט, אז די 25 רייכסטע מענטשן אין אמעריקע, האבן צווישן די יארן פון 2014 און 2018 באצאלט גאר קליינע שטייערן, און אין געוויסע צייטן אפילו קיין איין איינציגע פעני.

אבער ווי וואונדערליך ס'הערט זיך, האבן זיי אלעס געטון לעגאל, און מ'קען זיי נישט אנגקלאגן דערפאר. זיי האבן אויסגענוצט געוויסע לעכער אין די סיסטעם, זיך ארויסצודרייען פון דארפן באצאלן, אדער באצאלן גאר ווייניג.

פרעזידענט ביידען האט געמאכט איינע פון זיינע הויפט פריאריטעטן, צו ארויפשטעלן העכערע טעקסעס אויף די רייכע אין לאנד.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל