גרופע עלעפאנטן שפאנען אריבער הונדערטער מיילן אין כינע

א גרופע פון 15 עלעפאנטן שפאנען אריבער פון דרום-כינע, און אויפן וועג מאכן זיי אָן היבשע שאדן פאר די ארטיגע איינוואוינער.

די עלעפאנטן גייען שוין אזוי פאר לאנגע טעג, און ס'איז א מיסטעריע פאר די פארשער וואו זיי גייען, און וואס איז פשט פון זייער לאנגע רייזע.

די עלעפאנטן זענען ארויסגעגאנגען פון די נאטור-אפגעהיטענע זאנע, שוין מיט עטליכע חדשים צוריק, און זינט דאן זענען זיי אויף די וועגן און שטעגן.

זיי עסן אויף פעלדער, און צעשטערן הייזער, אין זייער זוכעניש פאר עסן. די וועלט איז טאקע שטארק אנטציקט פון זייער רייזע, אבער די ארטיגע איינוואוינער און פארמער זענען שוין גארנישט אזוי פרייליך, צו זען וויאזוי די עלעפאנטן שטעלן אפ שאסייען, און מאכן שאדן, וואס האלט שוין ביי א געשאצטע מיליאן דאלער.

פון די גאנצע וועלט האלטן מענטשן מיט לעבעדיג וויאזוי די עלעפאנטן גייען. דראונס פליען העכער זיי, און צייגן פאר די וועלט די אינטערעסאנטע געשעעניש.

אויפן וועג ברענגען מענטשן ארויס עסן פאר זיי, און ס'איז א גאנצע ספעקטאקל מיט וואס מענטשן האלטן זיך אונטער פון איין זייט, און מענטשן ליידן פון די צווייטע זייט.

איינע פון די שפעקולאציעס איז אז דער עלטסטער עלעפאנט, וואס ס'איז די נאטור ביי זיי אז ער איז דער פירער, האט זיך פשוט פארבלאנדזשעט, און גייט אזוי אן קיין ציל, ווען די גאנצע פאמיליע פאלגט אים נאך...

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל