ביידען יוסטיץ דעפארטמענט זיך ארויסצושטעלן לטובת טראמפ אין געריכט

אין אן אינטערעסאנטע אנטוויקלונג, האט דער יוסטיץ דעפארטמענט געזאגט, אז זיי גייען זיך ארויסשטעלן, און פארטיידיגן דער געוועזענער פרעזידענט אין געריכט קעגן אן אנקלאגע.

א פרוי פון ניו-יארק וואס באשולדיגט טראמפ אויף געמיינע אויפפירונגען, האט אריינגעגעבן א קלאגע קעגן דער געוועזענער פרעזידענט, אז ער האט ליגנט געזאגט וועגן איר, און איר פארשעמט ברבים.

דער ביידען יוסטיץ דעפארטמענט האט געזאגט, אז זיי גייען זיך ארויסשטעלן לטובת דער געוועזענער פרעזידענט, דערנאך וואס די באשולדיגונגען זענען זאכן וואס דער פרעזידענט האט געזאגט ווען ער איז געווען פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל