היציגע מאמענטן איז היינט געווען אין דער 'כנסת', ווען עטליכע חברי כנסת פון די 'ליכוד' פארטיי, און אנדערע רעכטע פארטייען האבן כסדר איבערגעהאקט 'נפתלי בנט'ס' רעדע, בעפאר ער גייט ווערן איינגעשוואוירן אלס פרעמיער-מיניסטער.
ווי נאר בנט האט אנגעהויבן זיין רעדע, האבן חברי כנסת פון די 'ליכוד' פארטיי אים איבערגעהאקט מיט צווישן-רופן ווי ליגנער אא"וו.
עטליכע חברי כנסת זענען ארויסגעפירט געווארן דערנאך וואס זיי האבן נישט אויפגעהערט צו איבערהאקן בנט ביי זיין רעדע.
ווי נאר ער האט זיך אריענטירט, און ווידער אנגעהויבן רעדן, האבן פרישע צווישן-רופן אנגעהויבן געהערט צו ווערן, אזש ביז ס'האט ממש ארויס גענומען בנט פון די כלים, און ער האט זיך גענומען שימפן קעגן די אפאזיציע פארשרייער.
ער האט זיך באדאנקט פאר ביבי נתניהו, אבער אין די זעלבע צייט אים אראפגעריסן פארן אים שטערן פון צוזאמשטעלן א רעגירונג.
ער איז ארויסגעטרעטן קעגן אן אפמאך מיט איראן, און האט געזאגט אז מדינת ישראל קען נישט זיין געצווינגען צו שטיצן א נוקלעארע אפמאך מיט די איראנער רעזשים וואס סטראשעט כסדר מדינת ישראל.
אויך האט ער געזאגט אז ער גייט מכבד זיין די חרדי'שע אידן, און די אידן וואס זיצן אין לערנען...
נתניהו טרעט אויף מיט א רעדע
דער ארויסגייענדער מדינת ישראל פרעמיער-מיניסטער, 'ביבי נתניהו', האט אויך געגעבן א רעדע, ווען ער האט אראפגעריסן בנט מיט די פרישע קאליציע.
ער האט געזאגט אז ער גייט אנהאלטן זיין פאליטישע קאריערע, וואס ער רופט אן 'זיין שליחות אין לעבן'. ער איז פייערדיג אפלאדירט געווארן דורך די 'ליכוד' חברי כנסת און ווי אויך דורך די היימישע חברי כנסת.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה