אן אינטערעסאנטע בילד איז פארשפרייט געווארן וואו דער היימישער חבר כנסת מאיר פריש כאפט א פיינעם דרימל בעת ס'שפילט זיך אפ איינער פון די היציגסטע מאמענטן אין די כנסת פון מדינת ישראל.
אויפן בילד זעט מען 'פריש' שלאפן, ווען אלע ארום אים קוקן מיט שפאנונג צום פאדיום, און האלטן מיט מיט נייגער די אינטערעסאנטע מינוטן אין כנסת.

ס'איז גאנץ מעגליך אז פריש האט עס ספעציעל געטון בכדי צו ווייזן פאר די נייע רעגירונג, אז ס'גייט נישט אן פאר די פרומע חברי כנסת זייערע פארשפרעכונגען, וויבאלד בנט איז דאך באקאנט אלס איינער וואס האלט נישט אייביג ווארט...

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל