דזשי 7 סאמיט גייט אריבער אן קיינע דראמע

אנדערש פון ווען פרעזידענט טראמפ איז געווען פרעזידענט, און ווי פארשטענליך איז ער געווען אנדערש פון די געווענליכע פאליטיקאנטן, און ס'איז אים נישט אנגעגאנגען וואס אנדערע וועלט-פירער זאגן, ווען ער האט גערעדט עפעס וואס ער האט געהאלטן אז ס'איז ריכטיג. איז אבער יעצט, ווען פרעזידענט ביידען - וואס איז שוין א לאנג-יעריגער פאליטיקאנט - איז אנגעקומען צו די דזשי 7 סאמיט, איז אלעס געגאנגען ווי געווענליך, און בלויז שיינע ווערטער זענען געהערט געווארן פון איין פירער צום צווייטן.

ספעציעל אינטערעסאנט איז געווען די זיצונג וואס ביידען האט געהאט מיטן פראנצויזישער פרעזידענט, 'עמנועל מעקרון', וואו ביידען האט געזאגט אז אמעריקע איז צוריק, און דער פראנצויזישער פרעזידענט האט צוגעשטימט. כאטש וואס מעקרון האט פון אנהויב געהאט גאנץ גוטע באציאונגען מיט טראמפ, האט ער אבער אין די שפעטערע יארן פון טראמפ'ס אדמיניסטראציע זיך אפן אויסגעדריקט קעגן טראמפ'ס קלימאטן-טויש פאליסיס, וואס האט אפגעהאקט זייער נאנטע פריינטשאפט.

מעקרון האט שטארק אויסגעלויבט דער אמעריקאנער פרעזידענט, און געזאגט אז אמעריקע איז ענדליך צוריק אין די קלאב און אויף די פירערשאפט פאזיציע.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל