דזשי 7 פירער האלטן אפ מיטונגען איבער וויאזוי צו באקעמפן כינע'ס עקאנאמישע וואוקס

אין די לעצטע צוויי טעג זענען צוגעקומען צו די דזשי 7 סאמיט אין ענגלאנד, עטליכע לענדער וואס זענען נישט אריינגערעכנט אין די פאראייניגונג, זיך אנצושליסן אין די זיצונגען וויאזוי צו באקעמפן כינע'ס עקאנאמישע וואוקס.

לענדער ווי דרום-קאריע, אויסטראליע, דרום-אפריקע און נאך, זענען אויך געקומען צו די כינעזער מיטונג, וואו ס'איז פארגעשטעלט געווארן אן אינפראסטראקטור פלאן פאר לענדער וואס קען שטארק ארויסהעלפן אין די קאנטער-באלאנס מיט כינע.

די פלאן ווערט גערופן 'צוריקבויען בעסער די וועלט', באציענדיג זיך אויף פרעזידענט ביידען'ס סלאגאן, 'צוריקבויען בעסער', וואס איז געווען איינע פון זיינע הויפט סלאגאנען ווען ער איז געלאפן פאר די פרעזידענט אמט אין די פאראייניגטע שטאטן.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל