מעכטיגע גאז-אויפרייס אין כינע

א מעכטיגע גאז-אויפרייס אין צענטראל-כינע, האט אומגעברענגט כאטש 12 מענטשן און פארוואונדעט צענדליגע אנדערע.

די שווערע אינצידענט איז פארגעקומען אין די שטאט שיאן, אין די הובעי פראווינץ, וואו איינוואוינער האבן פלוצלינג געהערט שווערע אויפרייסן, און א גאר געדעכטע רויעך האט זיך דערהויבן הונדערטער פיס אין די לופטן.

די געגנט ארום זעט אויס ווי א מלחמה זאנע, ווען צענדליגער אויטאס, טראקס און אנדערע הייזער ארום, זענען צעשמעטערט געווארן פון די מעכטיגע אויפרייס.

צוליב די שטארקע האנט וואס כינע האט אויף די מידיע, ווייסט מען נישט פונקטליך וואס דארט איז פארגעקומען און וויאזוי ס'האט פאסירט.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל