קאמבאדיע ברענגט אריין פרישע שמעק-ראטן וואס קענען טרעפן מינעס אין דער ערד

דער קאמבאדיע רעגירונג האט אריינגעברענגט צענדליגער אפריקאנער ראטן, וואס קענען גאר גוט שמעקן, זיי ארויסצוהעלפן אין זייער אקציע, צו אויסראטן די איבערגעבליבענע אויפרייס מינעס, וואס זענען אויסגעלייגט געווארן איבערן לאנד, נאך צענדליגע יארן פון מלחמה און בלוט-פארגיסונגען.

קאמבאדיע איז א לאנד וואס איז אריבער שווערע מלחמות און אינערליכע געשלעגן. צו איז עס ביי די קריג צווישן אמעריקע און וויעטנאם, וואו קאמבאדיע איז געפאלן א קרבן. צו איז עס ביי די רעוואלוציע פון 'פאל פאט', וואס האט איבערגעלאזט א לאנד אין פארניכטונג. צו איז עס ביי זייער קריג מיט וויעטנאם.

דעריבער איז דאס לאנד אנגעפילט מיט אומאויפגעריסענע ערד-מינעס, וואס ברענגען אום הונדערטער מענטשן יעדעס יאר.

די ראטן וואס די רעגירונג האט יעצט אריינגעברענגט, גייען אריבער שווערע טרענירונגען וויאזוי אויפצוכאפן מינעס, און זיי וועלן אייגעשפאנט ווערן אין די גיעג צו אויסראטן די שעדליכע וואפנס פון לאנד.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל