צפון-קאריע פארדאמט מדינת ישראל

אין א קאמישע נייעס האט צפון-קאריע פארדאמט מדינת ישראל'ס לעצטיגע מלחמה-צושטאנד מיט די כאמאס טעראריסטן פון עזה, זאגנדיג אז מדינת ישראל איז באגאנגען פארברעכנס קעגן די מענטשהייט...

צפון-קאריע וואס איז באקאנט מיט אירע שרעקליכע מענטשן-רעכט רעקארד, האט געזאגט: "מדינת ישראל שחיטות אויף קינדער, איז א ריכטיגע שוועריקייט פארן צוקונפט פון דער מענטשהייט. סטעיט טעראריריזם און גענעסייד טאר נישט טאלערירט ווערן"...

עקספערטן לאכן אפ די ווערטער פון צפון-קאריע, בעת וואס זיי זענען די וואס באגייען די ערגסטע מענטשן-רעכט פארלעצונגען, און די צפון-קאריע בירגער זענען ווי איינגעשפארט אין א ריזיגע טורמע אונטער שרעקליכע אומשטענדן.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל