אמעריקאנער דעלעגאציע אין טייוואן

דריי אמעריקאנער סענאטארן זענען אנגעקומען קיין טייוואן, זיך אומצוקוקן אויף די ארטיגע קאראנע ווירוס צושטאנד, און געברענגט א מעלדונג פון פרעזידענט ביידען, אז ער גייט שיקן צו דאס אינזל-לאנד 750 טויזנט וואקסינס צו העלפן באקעמפן די ווירוס.

צווישן די סענאטארן וואס זענען אנגעקומען אהין, איז סענאטארשע 'טעמי דאקווערט', וואס איז פון טייוואנער אפשטאם, און זיי זענען אנגעקומען מיט א גרויסע מיליטערישע פליגער, פון וואו זי האט זיך אראפגעראולט די רעמפ מיט איר רעדער-שטיל, צוליב דעם וואס זי האט פארלוירן אירע פיס אין דער אמעריקאנער מיליטער.

טייוואן האט צוערשט אויסגעמיטן די ווירוס אויף א גרויסע פארנעם, אבער אין די לעצטע חדשים איז געווארן אן אויפשטייג אין קאראנע ווירוס פאציענטן, אבער בכלל נישט וויאזוי ס'איז געווען אין אנדערע לענדער.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל