ניגעריע פארבאט די באנוץ פון טוויטער אין לאנד

די אנארכיסטישע לאנד ניידזשעריע אין אפריקע, האט געמאלדן אז זיי פארבאטן די טוויטער סאציאלע פלאטפארמע פון פונקציאנירן אין לאנד.

א ווארטזאגער פאר די ניידזשעריע רעגירונג האט ארויסגעגעבן א דעקלעראציע, וואו ער זאגט אז טוויטער'ס עקזיסטענץ איז א געפאר פאר ניידזשעריע'ס עקזיסטענץ.

די פארבאט אויף טוויטער אין ניידזשעריע, קומט צוויי טעג דערנאך וואס טוויטער האט אראפגענומען א מעסעדזש פון דער ארטיגער פרעזידענט, 'מוכאמאד באהארי', וואו ער סטראשעט צו באשטראפן גרופעס וואס ווילן זיך אפרייסן פון ניידזשעריע.

טוויטער זאגט אז זיי פארשן אויס די זארגנדע פארבאט אויף זייער פלאטפארמע דורך די ניידזשעריע רעגירונג.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל