איסלאמיק דזשיהאד פירער פארלאנגט פאר פאראדע אפרוף

איינער פון די פירערס פון די איסלאמיק דזשיהאד גרופע, וואס אפערירן אין עזה, האט געזאגט אז ער רופט פאר די פארהאנדלער איבער די פייער-אפשטעל צווישן מדינת ישראל אין כאמאס אז זיי זאלן פארלאנגען פון מדינת ישראל צו אפרופן די געפלאנטע 'פאן פאראדע', וואס איז אפגעשטימט געווארן פון די יום ירושלים צוליב די ראקעטן אטאקעס.

די פאראדע איז ערווארטעט פארצוקומען אין עטליכע טעג ארום, אבער ער זאגט אז דאס קען צוריק אויפפלאקערן די געמיטער אין די מיטל-מזרח, און דערפאר רופט ער צו מדינת ישראל עס אפצושטעלן.

מדינת ישראל איז נישט ערווארטעט זיך צו צוהערן צו זיינע פארלאנגען.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל