דריי מענטשן זענען אומגעקומען אין א שיסעריי אין מיאמי-פלארידע ווען פון אן אויטא האט מען ארויסגעשאסן אויף א פארזאמלונג פון מענטשן, און אומגעברענגט דריי.
די שיסעריי איז פארגעקומען ביי א שאפינג-צענטער, וואו ס'איז פארגעקומען א צערעמאניע צו סאלאברירן אקאדעמיע.
ווען די צערעמאניע איז געקומען צו אן ענדע, און מענטשן האבן אנגעהויבן צו פארלאזן דאס ארט, זענען אנגעקומען צוויי אויטאס, און פון איינע פון זיי זענען ארויסגעפלויגן עטליכע קוילן, אומברענגענדיג דריי מענטשן, אריינגערעכנט אן אפיציר.
איינע פון די אויטאס זענען אנטלאפן מיט א שנעלקייט, און אריינגעשמעטערט אין א וואנט, פון וואס ביידע פאסאזשירן זענען אומגעקומען אויפן פלאץ.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה