דרוק פארשטארקערט זיך אויף דזשאו מענשין

דרוק ווערט פארשטארקערט אין ריכטונג פון סענאטאר 'דזשאוי מענשין', פון מערב ווירדזשיע, אז ער זאל זיך צושטעלן צו פרעזידענט ביידען, און שטימען פטור צו ווערן פון דער פיליבאסטער.

סענאטאר 'דזשאו מענשין' האלט זיך ביי זיינס שוין פאר היבש א שטיקל צייט, כאטש די פרעשער וואס ער באקומט פון אלע דעמאקראטישע זייטן. היינט האט ער אפילו געזאגט אז ער גייט נישט שטימען פאר א ביל וואס איז זייער פאפולער ביי די דעמאקראטן, און דארף צו פארזיכערן מער שטים-רעכטן.

דאס איז ערווארטעט נאכמער אויפצוברויזן דעמאקראטן, וואס וועלן אים יעצט אנהויבן צו פארפאלגן מיט א שטערקערע אייפער, און אריינרופן אין זיין אפיס צו לייגן די מאקסימום פרעשור אויף דעם סענאטאר.

דעמאקראטן רעדן שוין אפן פון אויסברייטערן די סענאט, אזוי אז זיי זאלן נישט זיין געצווינגען אנצוקומען צו מענשין'ס טובות, און דאן איז ערווארטעט א היבשע נקמה רעאקציע צו סענאטאר מענשין.

מענשין זאגט אז מ'דארף ארבעטן אויף אומפארטייאישקייט, און דערפאר וויל ער נישט שטיצן די עלימינירונג פון די פיליבאסטער.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל