טויזנטער אונגארישע בירגער זענען היינט ארויסגעקומען אויף די גאסן פון בודאפעסט, צו פראטעסטירן די געפלאנטע כינעזער אוניווערזיטעט אין דער הויפטשטאט.
די פראטעסטירער זאגן אז דאס גייט נאר פארשטארקערן כינע'ס איינפלוס אין אונגארן, און אין אייראפע בכלל, און וועט אויך אראפברענגען די לערנען קוואליפאקאציעס אין לאנד.
זיי באשולדיגן דעם פירער פון אונגארן, 'וויקטאר אורבאן', אין זיך דערנענטערן צו כינע פאר זיינע אייגענע אינטערעסן, און אז די בירגער וועלן נישט דערלאזן אז כינע זאל זיך אריינרוקן אין אונגארן.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה