אנטלאפענער בריטישער פרינץ, מעלדט די געבורט פון א מיידל-בעיבי

פרינץ הערי האט היינט געמאלדן אז ער און זיין ווייב האבן געהאט א מיידל-בעבי, און איר א נאמען געגעבן נאך די באקאנטע פרינצעסן 'דייענע' פון ענגלאנד.

פרינץ הערי האט אפגעפיצט פון ענגלאנד אינאיינעם מיט זיין ווייב, צו זיין וואס ווייטער פון די ענגלישע מאנארכיע, דערנאך וואס זיי זענען זיך נישט דורכגעקומען מיט די קעניגרייך פירערשאפט און אירע פראטאקאלן.

אבער פרינץ הערי'ס מאמע, 'פרינצעסן דייענע', איז די מערסט-באקאנטע קעניגליכע מיטגליד אין די לעצטע הונדערטער יארן, און איז געווען באליבט אין די גאנצע וועלט. פרינץ הערי זעט אויס וויל דערמיט דערמאנען פאר דער וועלט אז 'דייענע' בלייבט זיין מאמע, כאטש די קעניגרייך האט אים פארראטן, און זי וועט אייביג פארבלייבן זיין מוטער.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל