נעכטן אנהויב טאג, האבן שמועות זיך פארשפרייט, אז דער פירער פון חיזבאלא, 'כאסאן נאסראלא', איז געשטארבן, דערנאך וואס ער האט געהאט געזונטהייט קאמפליקאציעס.
פילע מענטשן האבן אפגעקויפט די נייעס, וויבאלד ביי זיין רעדע נאך די לעצטע קאנפליקט פון מדינת ישראל מיט כאמאס, האט ער נישט אויסגעזען צו זיין אין קיין גוטע געזונט-צושטאנד. געוויסע געזונטהייט עקספערטן האבן אפילו געזאגט אז לויט זיינע סימנים איז ער אנגעשטעקט מיט די קאראנע ווירוס.
א גרויסער לבנון פאליטיקאנט און ווארט-זאגער, האט נעכטן אינמיטן טאג געזאגט, אז ס'איז נישט אמת די שמועות, און נאסראלא לעבט.
אזוי זענען ארומגעגאנגען פאלשע שמועות דורכאויס די טאג, אבער אן קיינע ריכטיגע קוועלער וואס זאלן עס באשטעטיגן אויף זיכער.
היינט האט דער זון פון כאסאן נאסראלא ארויסגעשיקט א מעסעדזש, שרייבנדיג אז זיין טאטע לעבט, און ער איז אין א גוטע צושטאנד.
ס'איז נישט באשטעטיגט געווארן דורך קיינע קראנטע קוועלער, דערפאר האבן מיר עס נישט דערמאנט אין די נעכטיגע נייעס.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה