עגיפטישע באאמטע האבן היינט געזאגט, אז דער קאפיטאן פון דער 'עווער גיווין' שיף, וואס איז שטעקן-געבליבן דארט, איז גענצליך שולדיג אויף וואס ס'האט פאסירט.
"דער קאפיטאן איז אריינגעקומען אינעם קאנאל, און דער שיף איז געווען מער צו די רעכטע זייט. דער קאפיטאן האט פראבירט צוריקצודרייען דער שיף אין צענטער, און ער האט ארויסגעגעבן צופיל פאראדענונגען אויפאיינמאל אין גאר א קורצע צייט", זאגט אן עגיפטישער באאמטער, און ער באשולדיגט אז די אלע פארלאנגען פון דער פילאט האט אריינגעפירט די ריזיגע שיף שטארק אין די זייט פונעם קאנאל, און די פראפעלערס אונטער די שיף האבן אריינגעריסן אין די ערד, ברענגענדיג דעם שיף צו אן אפשטעל.
די עגיפטישע געריכט האט געגעבן צייט פאר די אויטאריטעטן וואס פארוואלטן אויף די סועץ קאנאל, זיך צו דורכקומען מיט די אייגנטומער פון די שיף קאמפאני, איבער קאנפענסאציע געלט וואס די פירמע זאל באצאלן. די עגיפטישע באאמטע האבן פארהאלטן די שיף, און פארלאנגען 550 מיליאן דאלער פון די שיף פירמע.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה