דאקטוירים אין אינדיע פראטעסטירן א יאגע גורו

דאקטוירים איבער אינדיע האבן אנגענומען היינט א פראטעסט-טאג, ווען זיי פארשרייען א שטארק-באקאנטער 'גורו' אין אינדיע, וואס מאכט אוועק די קאראנע ווירוס הייל-מיטלען, און קומט אויף מיט זיינע אייגענע רעצעפטן וויאזוי צו היילן די ווירוס.

די געזונהייט-ארבייטער און דאקטוירים רופן אן דעם פראטעסט "דער שווארצער טאג", און זיי האבן געטוישט זייער סאציאלע מידיע אונטערגרונד צו שווארץ.

'באבא ראמדעיוו' וועלכער איז א גרויסער יאגע גורו (א געוויסע סארט בארואיגונג'ס מיטל, וואס ווערט שטארק פראקטיצירט אין די הינדו'איסטישע רעליגיע), און גייסטליכער פירער, זאגט, אז אלע מעדיצינען וואס דאקטוירים געבן פאר די קראנקע הרג'עט זיי נאר, און דאס איז שולדיג אין די פארשפרייטונג פון די ווירוס.

אזויווי רוב אין די פעלד, האט ער זיין אייגענע אזוי-גערופענע הייל-מיטלען, וואס מענטשן קענען קויפן, און ווי פארשטענדליך גייט דאס געלט צו אים אין טאש אריין.

די דאקטוירים שרייען אז ער מאכט זיי די ארבעט נאך שווערער, ווען מיליאנען מענטשן זענען פארגלייבט אין אים, און הערן זיך צו צו זיין ראט. זיי פארלאנגען זאפארטיגע שריט צו אפשטעלן די קוריאזע באנעמונג פון 'ראמדעיוו', וואס ברענגט אז שווערע טויזנטער מענטשן זאלן קראנק ווערן, און פארשווערן די אויסראטונג פון די ווירוס אין אינדיע.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל