אין דער שטעטל סאהאנא, נישט ווייט פון די גרויסע שטאט סאון-פאלאו - בראזיל, ווערט באריכטעט אז די שטעטל האט געזען א 95% רעדוקציע אין קאראנע ווירוס אנגעשטעקטע.
די שטעטל איז אויסגעקליבן געווארן צו דורכפירן א שטודיע, וואס ס'פאסירט אויב אלע ערוואקסענע זענען וואקסינירט מיט די קאראנע וואקסין.
מ'האט אין רוב פון די ערוואקסענע איינגעשפריצט די וואקסין, און פיר מאנאטן שפעטער האבן שוין 97% ערוואקסענע אין יענע שטעטל געהאט באקומען די וואקסין.
סאהאנא איז ווי געווארן א קאראנע-פרייער אינזל, אין צענטער פון א לאנד וואס מוטשעט זיך אפ מיט די שרעקליכע ווירוס, און האט די צווייט-מערסטע טויט-פעלער פון קאראנע ווירוס איבער דער וועלט.
זינט מ'האט וואקסינירט אלע ערוואקסענע, האט דער שטעטל געזען א רעדוקציע אין טויט-פעלער מיט 95%. דער נומער פון מענטשן וואס קומען אן אין שפיטאל איז געפאלן מיט 86%. די נומער פון מענטשן וואס באקומען די ווירוס און האבן געפילט סימפטעמס איז געפאלן מיט 80%.
די נומערן ארויס פון יענע שטעטל זענען גאר פאזיטיוו, און געבט האפענונג פאר דער וועלט אז בעז"ה וועט מען זיך ארויסזען פון די קאראנע אנשיקעניש.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה