China-reports-first-human-case-of-h10n3

די וועלט קוקט מיט זארג קיין כינע, ווען ווידער איז פון דארט באריכטעט געווארן איבער א געוויסע פלו, וואס האט באטראפן א מענטש צום ערשטן מאל אין היסטאריע.

די רעדע איז פון די פייגל-פלו וואס איז שטארק פארשפרייט ביי פייגלעך, און ביז היינט האט מען נאכנישט געהערט אז ס'איז אריבער פון א פייגל צו א מענטש, אדער אז א מענטש זאל בכלל זיין אנגעשטעקט דערמיט.

נעכטן איז באריכטעט געווארן אז א כינעזער אין די דזשיאנקסא פראווינץ אין כינע האט באקומען די ווירוס. דער פאציענט איז ערווארטעט ארויסגעלאזט צו ווערן פון שפיטאל אין די קומענדיגע שעות.

לויט ווי די כינעזער געבן איבער, איז זייער שווער אז די ווירוס זאל זיך פארשפרייטן, און זיי גלויבן שווער אז ס'וועט פאסירן אן אויסברוך (אין די ערשטע טעג פון קאראנע האבן זיי געזאגט זייער ענליכע ווערטער, אוועקמאכנדיג די ווירוס).

דער מאן האט באקומען די פלו אין זיין טשיקן פארעם, וואו ער האדעוועט זיי, און זעט זיך אויס אז פון זייער אפפאל האט ער אריבערגעכאפט די ווירוס צו זיך.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל