קאליציע אנגעצויגנקייט אין מדינת ישראל

שוין אגאנצע טאג וואס די צוויי, 'בנט' און 'לפיד', זיצן אונטער פארמאכטע טירן, און פארהאנדלען צווישן אלע פארטייען וואס דארפן זיך אפיציעל אנשליסן מיט זייער קאליציע רעגירונג.

די קאליציע איז ערווארטעט צו זיין א גאר שמאלער. אלזא ווייסט יעדער שמויגער, אז ער קען באקומען עפעס פעטע ביינדלעך, ווייל אן אים קען נישט זיין קיין רעגירונג.

'שקד' מאכט נאך היבשע פראבלעמען, דערנאך וואס זי וויל באקומען א פאזיציע אין די יוסטיץ אויטאריטעט, און 'לפיד' וויל איר עס נישט געבן. אין דער ענדע איז זי ערווארטעט צו נאכגעבן פון איר שטייפקייט.

אן אינטערעסאנטע ווארט האבן מיר געהערט פון א גוטער איד: "דער ווערטשאפט אין די רעגירונג אין מדינת ישראל דערמאנט אים פון זיינע קעניג-שפילן אין די לאנגע שבת נאכמיטאגס...

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל