גרויס אויפברויז הערשט אין מדינת ישראל, אויף די גרויסע ניו-יארק טיימס צייטונג, דערנאך וואס אויף די ליסטע פון ציווילע אומגעקומענע אין עזה, האבן זיי אריינגעשטעלט א יוגענטליכער וואס ווערט באצייכנט אלס א טעראריסט, און ס'איז דא פון אים בילדער וואו ער גייט אנגעטון מיט די כאמאס קליידונג, האלטנדיג געווער.
מדינת ישראל באאמטע און ציווילע בירגער צוגלייך, באשולדיגן שוין פונלאנג אז די ניו-יארק טיימס איז איינזייטיג קעגן מדינת ישראל, ווי זיי באריכטן נעגאטיוו קעגן זיי ביי וועלכע געלעגנהייט זיי קענען נאר.
אין די לעצטע יארן איז די ניו-יארק טיימס געווארן נאכמער אויסגעשפראכן קעגן מדינת ישראל, מיט אן אפענע מיסיע אראפצורייסן מדינת ישראל אויף טריט און שריט.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה