אייסיס מאסן-קבר אויפגעגראבן אין איראק

איראקער באאמטע האבן היינט אויפגעגראבן א גרויסע מאסן-קבר, וואו אייסיס פלעגט אריינווארפן זייערע קרבנות, וואס זיי האבן אומגעברענגט אין יענע געגנטער אין איראק.

מיט זיבן יאר צוריק, ווען די אייסיס טעראר גרופע איז געווען אין ברען פון זייער טעראר, אין איראק און אין סיריע, האבן זיי גע'הרג'עט איינוואוינער פון מאסול-איראק, און באגראבן די טויטע קערפער אין א מאסן-קבר, מערב זייט פון דער שטאט.

מער פון פינף הונדערט מענטשן זענען לויט באריכטן דארט באגראבן געווארן, און די איראקער באאמטע ווילן אידענטיפיצירן די קערפער, צו זען ווער ס'איז דארט אומגעברענגט געווארן.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל