נאטור ליבהאבער ווייטער געשפאנט איבער די גרופע אימיגרירנדע עלעפאנטן

נאטור ליבהאבער קענען זיך נישט גענוג אנזעטיגן פון די אינטערעסאנטע ערשיינונג, וואס מיר האבן שוין געשריבן דערפון פאריגע וואך, ווי א גרופע עלעפאנטן אין כינע, האבן זיך ארויסגעלאזט אויף א לאנגע רייזע, וואו זיי גייען שוין פאר א שיינע שטיק צייט, און זענען שוין אריבער הונדערטער מיילן פון שטעט, וועלדער און פעלדער.

בילדער וואס זענען אפגעכאפט געווארן פון די גרופע עלעפאנטן צייגט, וויאזוי די גרופע האט זיך ענדליך אפגעשטעלט פאר אן אפרו, און זיך צוגעלייגט פאר א לאנגע שלאף.

די בילדער גענומען דורך א דראון, צייגט וויאזוי די עלעפאנטן ליגן אויף דער ערד, בעת וואס דער קליינער עלעפאנט נודזשעט זיין מאמע זאל שוין אויפשטיין...

נאכן זיך גוט אויסרוען פאר עטליכע טעג, זענען די עלעפאנטן ווידער אויף די וועגן און שטעגן, אן קיין ציל, נאר גייען אזוי אריבער ווייטע שטרעקעס.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל